Chargement Évènements

« Tous les Évènements

  • Cet évènement est passé.

Dertsvishn : Berlin yiddish (en yiddish, sur Zoom)

30 novembre 2023 🕑 19:30 - 21:00

דערצװישן – אַ דיגיטאַלער שפּאַציר איבער בערלין (אויף ייִדיש, דורך זום)

Promenade virtuelle à travers le Berlin yiddish des années 1920 et 1930

Conférence de Jake Schneider

Dans le cadre de la saison Paris-Berlin, un trait d’union pour la diaspora yiddish

Pour les Juifs d’Europe orientale des années 1920 et 1930, Berlin représentait un entre-deux : entre yiddish et allemand, vieux pays et eldorado américain, monarchie et démocratie, communisme et fascisme. Jake Schneider nous emmènera en promenade dans ce Berlin si particulier à travers la littérature yiddish et nous donnera à voir les lieux fréquentés par le milieu yiddishophone de l’époque, transitoire mais si animé : les cafés, les clubs, les maisons d’édition, les théâtres, etc. Enfin, nous visiterons plusieurs endroits où se rencontrent les yiddishophones berlinois d’aujourd’hui.

Traducteur et acteur culturel, né dans le New Jersey, Jake Schneider vit à Berlin depuis 2012. Membre de Yiddish Berlin, il anime le cercle de conversation Shmues un vayn (Conversation et vin) qui se réunit deux fois par mois dans des bars de Berlin. Il organise aussi des visites guidées autour de l’histoire des Juifs à Berlin et donne des conférences sur des thèmes variés, tel celui de la “yidishkeyt queer”.

Tarif : 11 €. Adhérents : 6 €*.
*Adhérez à la Maison de la culture yiddish pour la saison 2023-2024 et découvrez le code promotionnel qui vous donnera accès au tarif réduit sur vos réservations.

Cliquez ici pour réserver (réservation obligatoire).

Attention : au moment du règlement, la plateforme Helloasso vous proposera d’ajouter une contribution à son fonctionnement. Celle-ci est optionnelle, et vous pouvez changer son montant ou bien l’annuler en appuyant sur le bouton « Modifier ».

דערצװישן – אַ ווירטועלער שפּאַציר איבער בערלין (אויף ייִדיש, דורך זום)

מיט דזשײק שנײַדער

דאָנערשטיק דעם 30סטן נאָוועמבער, 7.30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט

פֿאַר די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿון די יאָרן 1920—1930, האָט בערלין מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מין „צווישן“ :  צווישן ייִדיש און דײַטש, צווישן דער אַלטער היים און דער גאָלדענער אַמעריקע, צווישן מאָנאַרכיע און דעמאָקראַטיע, קאָמוניזם און פֿאַשיזם. איבער דעם דאָזיקן גאָר באַזונדערן בערלין וועט דזשייק שנײַדער אונדז פֿירן אויף שפּאַציר דורך די זײַטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און וועט אונדז לאָזן זען די באַליבטע ערטער פֿונעם דעמאָלטיקן ייִדיש־רעדנדיקן עולם, אַ סבֿיבה טאַקע אַ צײַטווײַליקע, נאָר אַ לעבעדיקע  קאַפֿעען, קלובן, פֿאַרלאַגן, טעאַטערס אאַז״וו. צום שלוס וועלן מיר זײַן געסט אין עטלעכע ערטער וווּ עס באַגעגענען זיך די הײַנטיקע בערלינער ייִדיש־רעדערס.

דזשײק שנײַדער איז אַן איבערזעצער און קולטור־טוער, אַ געבױרענער פֿון ניו־דזשערזי װאָס װױנט אין בערלין זינט 2012. װי אַ מיטגליד פֿון דער גרופּע „ייִדיש.בערלין“ אָרגאַניזירט ער דעם שמועסקרײַז „שמועס און װײַן“ וואָס טרעפֿט זיך אין בערלינער שענקען צװײ מאָל אַ חודש. ער פֿירט אויך אָן מיט וויזיט־שפּאַצירן אַרום דער געשיכטע פֿון ייִדן אין בערלין און גיט לעקציעס וועגן פֿאַרשיידענע טעמעס, למשל „קװירע ייִדישקײט“.

אײַנשרײַבונג

11 אייראָס. מיטגלידער* : 6 אייראָס.

*אויב איר ווערט אַ מיטגליד אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער פֿאַרן יאָר  2024-2023, וועט איר קריגן אַ הנחה־קאָד פֿאַרן מיטגלידער־פּרײַז.

ווען איר וועט האַלטן בײַם באַצאָלן, וועט אײַך « העלאָאַסאָ » פֿאָרלייגן אַ צוגאָב־צושטײַער פֿאַרן קיום פֿון דער דאָזיקער פּלאַטפֿאָרמע. דאָס איז אָפּציאָנעל : איר קענט בײַטן די סומע אָדער אַנולירן דעם צושטײַער מיטן קנעפּל « Modifier ». 

Détails

Date :
30 novembre 2023
Heure :
19:30 - 21:00
Catégories d’Évènement:
,