- Cet évènement est passé.
Zumer-maraton
14 août 2023 - 20 août 2023
ייִדיש
Yiddish (transliteratsye)
זומער־מאַראַטאָן
פֿונעם 14טן ביזן 20סטן אױגוסט 2023 אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער דעם זומער־מאַראַטאָן – אַ װאָך װאַקאַציעס מיט ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וואָס וועלן זיך אַלע צונויפֿקומען לעבן אַן אָזערע נישט װײַט פֿון װאַרשע. דער ציל איז נאָר הנאה צו האָבן און זיך אויסרוען – אויף ייִדיש !
?װאָס װעט מען טאָן
יעדן טאָג וועט מען האָבן עטלעכע אַקטיוויטעטן וואָס מע וועט קענען אָנטייל נעמען אין זיי אויב מע וויל – אַניט וועט מען אויך קענען שפּאַצירן אויפֿן ברעג אָזערע צי אין װאַלד, מאַכן עקסקורסיעס מיט אַנדערע ייִדישיסטן אין דער געגנט אָדער סתּם זיצן מיט חבֿרים און כאַפּן אַ שמועס (אויף ייִדיש אַוודאי !)
די אַקטיוויטעטן־פּראָגראַם וועט מען שאַפֿן צוזאַמען מיט די אָנטיילנעמער. יעדער איינער קען פֿאָרלייגן עפּעס – אַבי עס זאָל זײַן אויף ייִדיש (למשל – שפּילן, וואַרשטאַטן, דיסקוסיעס, רעפֿעראַטן אאַז »וו). דערצו וועלן מיר אָרגאַניזירן לכל-הפּחות איין בשותפותדיקע עקסקורסיע צו אַ נאָענט אָרט
אײַנשרײַבונג
?פֿאַר װעמען איז דער זומער־מאַראַטאָן
יעדער מענטש וואָס רעדט ייִדיש און וואָס איז מסכּים צו רעדן נאָר אויף ייִדיש במשך פֿון דער וואָך קען קומען (אַפֿילו אָנהייבער). קינדער אונטער 6 יאָר וואָס רעדן נישט קיין ייִדיש קענען אויך קומען. יוגנטלעכע אונטער 18 יאָר מוזן קומען מיט אַ דערוואַקסענעם מענטש וואָס וועט זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר זיי
?װוּ װעט מען שלאָפֿן
דער האָטעל וווּ מיר וועלן זײַן איז אַ פּשוט אײַנגענעם אָרט, ממש לעבן ברעג אָזערע. דער נאָמען פֿון האָטעל איז קלוב מילאַ, און דאָס איז זייער וועבזײַטל
https://www.klubmilazegrzynek.pl/
דאָ קענט איר זען װי דאָס אָרט זעט אָױס
https://visit360.pl/hotel/klubmilazegrzynek/
דער אַדרעס פֿונעם האָטעל
Jerzego Szaniawskiego 56, 05-140 Zegrzynek, Polska/Poland
וויפֿל וועט עס קאָסטן ?
אין אַן איינצל־צימער – 950 אייראָס
אין אַ צימער פֿאַר 2 מענטשן – 750 אייראָס
אין אַ צימער פֿאַר 3 מענטשן – 640 אייראָס
אין אַ צימער פֿאַר 4 מענטשן – 500 אײראָס
קינדער צווישן 2 און 12 יאָר – 50% הנחה לױטן צימער
קינדער אונטער 2 יאָר אױב זײ שלאָפֿן מיט די עלטערן אין בעט – בחינם
אױב איר רעדט נישט קײן פֿראַנצײזיש און דאַרפֿט הילף מיט אײַנשרײַבונג, האָבן מיר פֿאַר אײַך אַ פֿילם װאָס דערקלערט װאָס מען דאַרף שרײַבן און װוּ מען זאָל אַ קװעטש טאָן
די פּרײַזן זענען פֿאַר איין מענטש און נעמען אַרײַן דעם האָטעל, פֿרישטיק און וועטשערע און אַלע אַקטיוויטעטן פֿון דעם ייִדיש־מאַראַטאָן. מיטאָג און רײַזע־הוצאות זענען נישט אַרײַנגערעכנט.
דאָ וועט איר געפֿינען ענטפֿערס אויף אָפֿטע פֿראַגעס.
באַלד װעלן מיר עפֿענען אַ װעבזײַטל מיט מער פּרטים װעגן דעם זומער־מאַראַטאָן.
אױב איר האָט פֿראַגעס קענט איר שרײַבן צו דעם אַדרעס: maraton@yiddish.paris
אַנוליר־באַדינגען
אויב איר אַנולירט אײַער אײַנשרײַבונג פֿאַרן 15טן יוני 2023, וועט מען אײַך צוריקצאָלן דאָס אײַנגעצאָלטע געלט, אַחוץ דעם אַדמיניסטראַטיוון צושטײַער פֿון 70 אייראָס (פֿאַר יעדן אײַנגעשריבענעם). אויב איר אַנולירט נאָכן 15טן יוני, וועט קיין צוריקצאָלונג שוין נישט זײַן מעגלעך
סטיפּענדיעס
אויב איר קענט נישט באַצאָלן דעם גאַנצן פּרײַז, קענט איר בעטן אַ סטיפּענדיע שיקנדיק אַ בקשה אױפֿן אַדרעס maraton@yiddish.paris (די צאָל סטיפּענדיעס איז באַגרענעצט).
העלפֿן מיט סטיפּענדיעס
אױב איר װילט און קענט געבן אַ צושטײַער צו שטיצן סטיפּענדיעס, קענט איר עס טאָן בײַ
דער אײַנשרײַבונג
אויב איר האָט פֿראַגעס קענט איר שרײַבן צו דעם אַדרעס
maraton@yiddish.paris
!די צאָל באַטייליקטע איז באַגרענעצט – פֿאַרשרײַבט זיך גיך
ווען איר וועט האַלטן בײַם באַצאָלן, וועט אײַך « העלאָאַסאָ » פֿאָרלייגן אַ צוגאָב־צושטײַער פֿאַרן קיום פֿון דער דאָזיקער פּלאַטפֿאָרמע. דאָס איז אָפּציאָנעל : איר קענט בײַטן די סומע אָדער אַנולירן דעם צושטײַער מיטן קנעפּל « Modifier ».
Zumer-maraton
Funem 14tn bizn 20tn oygust 2023 organizirt der Parizer yidish-tsenter dem Zumer-maraton – a vokh vakatsyes mit yidishistn fun farshidene lender, vos veln zikh ale tsunoyfkumen lebn an ozere nisht vayt fun Varshe. Der tsil iz nor hanoe tsu hobn un zikh oysruen – af yidish !
Vos vet men ton?
Yedn tog vet men hobn etlekhe aktivitetn vos me vet kenen onteyl nemen in zey oyb me vil – anit vet men oykh kenen shpatsirn afn breg ozere tsi in vald, makhn eksukrsyes mit andere yidishistn in der gegnt oder stam zitsn mit khaveyrim un khapn a shmues (af yidish avade!).
Di aktivitetn-program vet men shafn tsuzamen mit di onteylnemer. Yeder eyner ken forleygn epes – abi es zol zayn af yidish (lemoshl – shpiln, varshtatn, diskusyes, referatn ua”v). Dertsu veln mir organizirn lekholapohes eyn beshutfesdike ekskursye tsu a noent ort.
Far vemen iz der zumer-maraton?
Yeder mentsh vos redt yidish un vos iz maskim tsu redn nor af yidish bemeshekh fun der vokh ken kumen (afile onheyber). Kinder unter 6 yor vos redn nisht keyn yidish kenen oykh kumen. Yugntlekhe unter 18 yor muzn kumen mit a dervaksenem mentsh vos vet zayn farantvortlekh far zey.
Vu vet men shlofn?
Der hotel vu mir veln zayn iz a poshet ayngenem ort, mamesh lebn breg ozere. Der nomen fun hotel iz Klub Mila, un dos iz zeyer vebzaytl: https://www.klubmilazegrzynek.pl/ .
Do kent ir zen vi dos ort zet oys : https://visit360.pl/hotel/klubmilazegrzynek/
Der adres fun hotel: Jerzego Szaniawskiego 56, 05-140 Zegrzynek, Polska/Poland
Vifl vet es kostn?
In an eyntsl tsimer – 950 eyros
In a tsimer far 2 mentshn – 750 eyros
In a tsimer far 3 mentshn – 640 eyros
In a tsimer far 4 mentshn – 500 eyros
Kinder tsvishn 2 un 12 yor – 50% hanokhe loyt dem tsimer
Kinder unter 2 yor (oyb zey shlofn mit di eltern in bet) – bekhinem
Di prayzn zenen far eyn mentsn un nemen arayn dem hotel, frishtik un vetshere, vi oykh ale aktivitetn fun dem Zumer-maraton.
Mitog un rayze-hoytsoes zaynen nisht arayngerekhnt.
Anulir-badingungen
Oyb ir anulirt ayer aynshraybung farn 15tn yuni 2023, vet men aykh tsuriktsoln dos ayngetsolte gelt, akhuts dem administrativn tsushtayer fun 70 eyros (far yedn ayngeshribenem). Oyb ir anulirt nokhn 15tn yuni, vet keyn tsuriktsolung shoyn nisht zayn meglekh.
Stipendyes
Oyb ir kent nisht batsoln dem gantsn prayz, kent ir betn a stipendye shikndik a bakoshe afn adres maraton@yiddish.paris (di tsol stipendyes iz bagrenetst).
Oyb ir hot frages, kent ir shraybn tsu dem adres: maraton@yiddish.paris
DI TSOL BATEYLIKTE IZ BAGRENETST – FARSHRAYBT ZIKH GIKH!
Ven ir vet haltn baym batsoln, vet aykh der « Helloasso » forleygn a tsugob-tsushtayer farn kiyem fun der doziker platforme. Dos iz optsyonel : ir kent baytn di sume oder anulirn dem tsushtayer mitn knepl Modifier.